קלמן פאלגר / קונסט מאלער אין בוקאווינע נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה
שולן פאר מאלעריי איז אין טשערנאוויץ נישט געווען, אבער מען האט געקענט לערנען ביי די מאלער. אין טשערנאוויץ האט געוווינט א מאלער געארג לעווענדאל, א באלטישער רוס א באגאפטער מאלער וואס איז געקומען אין יידישע קרייזן און געהאט יידישע תלמידים. טשערנאוויץ איז געווען אן אכסניה פאר קולטור טוער און קינסטלער וו עס האבן געווויינט 3 בארימטע מאלער: רובין זעליקאוויטש דער באקאנטער ישראל מאלער ראובן, וואס האט אויך געשריבן יידישע לידער, ארטור קאלניק וואס האט געמאכט די האלצשניטן צו די משלים פון אליעזר שטיינבערג און שלמה לערנער וואס איז אויך געווען א לערער פון צייכענען אין די אוונט שולן. די דריי מאלער האבן אויך געמאכט די אילוסטראציעס צו אליעזר שטיינבערג ערשט לערנביכל: " דער אלף בית".
ארטור קאלניק איז אוועק קיין פאריז, ראובן און לערנער זענען עולה געווען קיין ישראל.מיט דער צייט זענען פון די תלמידים פון מאלער ג. לעווענדאל ארויס געקומען באגאבטע מאלער. איך וויל דא ברענגן צוויי פון זיי.
משה קריניץ- אין 1935 האט דער קולטור-טוער און קונסט פריינד הערש סעגאל געהאלפן ארגאניזירן אן אויסשטעלונג פון יונגע מאלער. דער צווייטער מאלער וואס איז געווען א תלמיד פון לעווענדאל איז איזיו שערף. די ביידע האבן אויך אנטייל גענומען ביי דער אויסשטעלונג.
משה קריניץ איז נאכן קריג פארבליבן אין טשערנאוויץ ווו ער האט ממשיך געווען זיין טעטיקייט אלס מאלער, געמאכט אויסשטעלונגען אין פארשיידענע שטעט. געשטארבן אין 1974. הערש סעגאל האט אפגעראטעוועט א מאפע מיט 12 צייכנונגען וואס ער האט דא אין רחבות איבערגעדרוקט און צעטיילט צווישן די חברים. איך האב אויך באקומען א מאפע, ווו עס זענען צארטע פעדער צייכנונגען פון לאנדשאפטן און פארטרעטן. די פרוי פון קריניץ איז עולה געווען קיין ישראל אין יאר 1990 און געבראכט זיינע בילדער וואס מען האט אין תל-אביב אין בית ציוני אמריקה אויסגעשטעלט מיט דער הילף פונעם פארבאנד פון די בוקאווינער און אירגון הציירים. די אויסשטעלונג איז געווען גוט אבגעשאצט פון די מומחים.עס זענען געווען לאנשאפטן געמאלן אין מאדערנעם סטיל מיט זייער ווארמע פארבן.
דער צווייטער מאלער, איזיו שערף, איז געווען מיינעם א יוגענט-חבר נאך פון דער שול, און שפעטער פון דער יוגענט ארגאניזאציע "גורדוניה". ביי א קאנקורס פון א יוגענט צייטשריפט האט שערף געוונען א קורס פון צייכענען דורך בריוו. אלס גוטער חבר האט ער מיך פארבעטן אנטיילנעמען. דאס זענען געווען אונזערע ערשטע לימודים פון צייכענען. אלס דערוואקסענער האט ער ממשיך געווען זיינע לימודים פון צייכענען ביים מאלער געארג לעווענדאל.
מיט דער צייט האבן שערף, איך און נאך א חבר פון גורדוניה אנגעהויבן אקטיווירן אין יידיש שולפאראיין ווו עס איז אויך געווען א טעאטער סטודיע. דער אנדערער חבר איז געווען לייבו לעווין דער שפעטער באקאנטער רעציטאטאר.
די ערשטע טעאטער דעקארציעס האט שערף געמאכט פאר דער טעאטער סטודיע פון שולפאראיין-1934. זיך באטייליקט אין אויסשטעלונגען.
צום ערשטן מאל אפגעדרוקט אילוסטראציעס צו יידישע לידער אינעם ביכאלע: זעקס שלאפלידער ניגונים פון לייבו לעווין.צייכנונגען: איזיו שערף.ארויסגעגעבן פון הערש סעגאל-1939
.בעת דער צווייטער וועלט מלחמה איז שערף געווען אין דער סאוויעט ארמיי.1950-1962 געווען סצענאגראף ביים יאסער יידישן מלוכה-טעאטער. שפעטעא געמאכט דעקאראציעס פארן בוקארעשטער יידישן מלוכה-טעאטער. אין יאר 1969 האט הערש סעגאל, איידער ער איז עולה געווען אין ישראל ארויסגעגעבן א מאפע מיט 18 גראפיש שווארץ –וויסע צייכנונגען: "מאטיוון און געשטעלטן פון דער יידישער ליטעראטור".
שערף איז עולה געווען אין 1974. ער האט געמאכט דא טעאטער דעקאראציעס פאר די פארשטעלונגען: "גליקל פון המלין", מיראלע אפרת א.או. געווען א לערער פון צייכענען און ארויסגעגעבן אן אלבאם מיט אילוסטרירטע גלויבווערטלעך. געשטארבן אין יאר 1993 אין רחובות.
אייניקע פרטים וועגן מיר, דער מחבר פון די שורות: געבוירן 1913 אין טשערנאוויץ.די ערשטע לימודים פון צייכענען זענען געווען מיט איזיו שערף דורך קארעספאנדענץ. דער המשך וועג פירט דורך די יידישע קולטור קרייזן, מארגענרויט שולפאראיין א.א. וו. איך האב אנטייל גענומען ביים סעמינאר פאר יידישער ליטעראטור און אין דער טעאטער סטודיע פון יידישן שולפאראיין, ווו דער משלים דיכטער אליעזר שטיינבערג און איציק מאנגער זענען געווען פון די גרונדער, און אין מיין צייט אנגעפירט פונעם פילאלאג חיים גיניגער, הערש סעגאל א.א.
די ליבשאפט און געפילן פאר יידישע ליטעראטור און דיכטונג, וואס איך האב איינגעזאפט אין מיין געבוירן שטאט אין די קולטור קרייזן און אין מיין היים פון מיינע עלטערן,און פון מיין ברודער פייביש זענען געקומען צום אויסדרוק אין די שפעטערע יארן אין מיינע צייכנונגען און געשטאלטן פון דער יידישער ליטעראטור.
מלחמה צייט געווען אין געטא און אין דער סאוויעט ארמיי. עולה געווען אין יאר 1959.איך האב אנטייל גענומען אין די יידישע קולטור קרייזן. איך האב פארפולקומט מיינע צייכן-קענטענישן אין דער "אוניברסיטה עממית". געמאכט 3 אויסשטעלונגען אין י.ל. פרץ פארלאג. אן אויסשטעלונג אין בית ביאליק מיט דער באטיילונג פון דער נאציאנאלער פאר יידישער קולטור. ארויסגעגעבן א בילדער אלבאם מיט אילוסטראציעס פון דער יידישער ליטעראטור: "מאטיוון און קאלירן" געווידמעט דעם אנדענקען פון מיין ברודער פייביש, וועלעכער איז געפאלן א קרבן פון די סטאליניסטישער רדיפות. אין יאר 2000 באקומען דעם הערש און גרשון סעגאל פרייז פאר: " יידישער ליטעראטור און קונסט". איך בין ממשיך מיט מיינע צייכנונגען און אילוסטראציעס פון דער יידישער ליטעראטור.
קלמן פאלגר
|